רוי:בנימין

From המכלול
Jump to navigation Jump to search
יוסף מיט בנימין
בנימין
בנימין

בִנְיָמִין איז געווען דער יונגסטער זון פון יעקב אבינו און רחל אמנו. ער איז לויט איין שיטה געבוירן י"א מרחשון ב'ר"ח נפטר י"א מרחשון ב'שכ"ו. לויט אן אנדערער דעה איז ער געבוירן פרילינג, צווישן פסח און שבועות.[1]

זיין מאמע רחל איז אוועק בשעת ער איז געבוירן, און בשעת איר נשמה איז ארויס האט זי אים א נאמען געגעבן בֶּן־אוֹנִי, "דער זון פון מיין ווייטאג." זיין טאטע יעקב האט אים א נאמען געגעבן בִנְיָמִין, און מיט דעם נאמען איז ער פארבליבן.

אין די מפרשים זענען דא עטליכע טייטשן אויפ'ן נאמען בנימין: 1) א זון וואס איז געבוירן אין דרום,[2] וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק[3] צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער.[4] לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[5] לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים.[6]

זיינער קינדער און אייניקלעך זענען שבט בנימין.

בנימין האט געהאט צען זין: בֶּלַע, בֶכֶר, אַשְׁבֵּל, גֵּרָא, נַעֲמָן, אֵחִי, רֹאשׁ, מֻפִּים, חֻפִּים, אָרְדְּ. פון דער זעלבער מאמען האט ער געהאט איין ברודער: יוסף.

די גמרא זאגט[7] אז בנימין איז איינער פון זיבן מענטשן וואס די ווערעם האבן נישט שולט געווען נאכ'ן באערדיגן. די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, מרים.

נאך זאגט די גמרא אז בנימין איז איינער פון פיר מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געזינדיגט, און זענען נאר געשטארבן ווייל מיתה איז א גזירה אויף אלע מענטשן. די אנדערע דריי זענען עמרם דער טאטע פון משה, ישי דער טאטע פון דוד, און כלאב דער זון פון דוד.


Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.
  1. בראשית רבה פב,ז; פסיקתא רבתי ג,ז.
  2. רש"י, רלב"ג.
  3. תהלים פט,יג.
  4. רש"י, רשב"ם, אבן עזרא.
  5. דניאל יב,יג.
  6. רד"ק, רמב"ן, בכור שור.
  7. בבא בתרא יז,א.