רוי:בית יוסף (ברכות)

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

דער ספר בית יוסף איז א פירוש אויף מסכת ברכות נתחבר געווארן דורך רבי אברהם דירנפעלד מגיד און רב פון חברה ש"ס אין פאפא.

עס איז א ליקוט פון קורצע און טרעפליכע ערקלערונגען אויף דער גמרא, צוזאמגענומען פון מאנוסקריפטן און זעלטענע ספרי ראשונים און אחרונים.

עס איז א איינפאכער קיצור פון זיין ספר בית ישראל, וועלכע באשטייט פון לענגערע פלפולים, מיט הוספות.

ער האט הסכמות פון רבי שאול בראך, פאפער רב, גאלאנטער רב און סערדעהעלי רב.

ער האט אויך ארויסגעגעבן א פירוש מיטן זעלבן נאמען אויף מסכת ביצה וועלכע איז שוין איבערגעדרוקט געווארן כאטש זעקס מאל.

דרוקסאגראפיע

  • מישקאלץ תרצ"ח
  • ניו יארק תשכ"ו (קפא בלעטער)
Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!