רוי:איליה לוריא

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

איליה לוריא (רוסיש: Илья Лурье) איז אַן ישראלדיקער היסטאָריקער אַ מומחה אינעם געביט פון געשיכטע פון דער חסידישער באַוועגונג, אידנטום פון מזרח-אייראָפּע און ארץ ישראל אין דער נייער צייט. איליה לוריא איז געבוירן געוואָרן אין 1964 אין לענינגראַד (יעצט - פעטערבורג) אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אין 1986 האָט ער פאַרענדיקט דעם אָרטיקן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, און אין 1988 איז איליה לוריא עולה געווען קיין ישראל. ער האָט זיך געלערנט אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און פאַרטיידיקט דאָרט זיין דאָקטאָר-דיסערטאַרציע אויף דער טעמע "ליובאַוויטש און זיינע מלחמות: די חסידות פון חב"ד אינעם קאַמף פאַרן געשטאַלט פון דער ייִדישער געזעלשאַפט אין צאַרישן רוסלאַנד".

איליה לוריא וואוינט אין בית שמש און אַרבעט אַלס אונטעריכטער און רעדאַקטאָר אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט, ווי אויך אינעם אוניווערסיטעט פון חיפה (פּראָיעקט אויף צו באַפאָרשן די געשיכטע פון די ייִדן אין גאַליציע און בוקאָווינע).

זיינע הויפּט-פּובליקאַציעס

ביכער

  • "תולדות יהודי רוסיה. מחלוקות פולין עד נפילת הקיסרות הרוסית, 1772-1917" (רעדאַקטאָר) ירושלים, מרכז זלמן שזר, 2012.
  • ספר שבחי הבעש"ט, וויסנשאַפטליכע אויפלאַגע מיט איבערזעצונג אויף רוסיש (רעדאַקטור, קאָמענטאַרן און הערות), מאָסקווע, 2010.
  • עדה ומדינה. חסידות חב"ד באימפריה הרוסית, תקפ"ח-תרמ"ג: היבטים היסטוריים וחברתיים, ירושלים, 2006 .
  • Сто лет сионизма. Документы и фотографии», Иерусалим – Москва. 1997
  • Иерусалим: история и образ города», Иерусалим, 1995 (צוזאַמען מיט מ.שקלאָווסקי)


אַרטיקלען

  • "התהוותה של הפוליטיקה האורתודוקסית באימפריה הרוסית". (צוזאַמען מיט וו.לעווין) אין: א. לוריא (רעדאַקטאָר), תולדות יהודי רוסיה. מחלוקות פולין עד נפילת הקיסרות הרוסית. ירושלים, מרכז זלמן שזר, 2012.
  • "חינוך ואידיאולוגיה: ראשית דרכה של הישיבה החבד"ית", אין: דוד אסף, עדה רפפורט-אלברט (רעדאַקטאָרן), ירושלים, תשס"ט, עמ' 185-222.

«Пастырь и его стадо: Отношения между хасидским двором и местными общинами любавичских хасидов в XIX в.», Вестник Еврейского Университета 9 (2004).

«Что нам делать с этими несчастными евреями?»: Новые материалы о начале государственного еврейского образования в России», Вестник Еврейского Университета 8 (2003).


דרויסנדע לינקס

Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!