פרשת עקב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg עקב Arrow l.svg
פסוקים דברים ז, יב - יא, כה
צאל פסוקים 111 (26'סטע - אייניג מיט פרשת ויקרא)
צאל ווערטער 1747 (15'טע - אייניג מיט פרשת כי תבוא)
צאל אותיות 6865 (14'טע)
אינהאלט פארזעצונג פון משה'ס מוסר-רייד
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (6)  לא תעשה (2)
ברכת המזון, ליבן א גר, יראת ה', דאווענען, באהעפטן צו תלמידי חכמים, שווערן אין נאמען פון גא-ט הנאה האבן פון צוגעהער פון עבודה זרה, האבן אין באזיס סיי וואס פון עבודה זרה
הפטורה
ישעיהו מט, יד - נא, ג

פרשת עֵקֶב איז די דריטע סדרה פון ספר דברים, און די 46'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ז', פסוק י"ב, ביז קאַפּיטל י"א, פסוק כ"ה, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 111 פסוקים און צען פרשיות - זעקס פתוחות און פיר סתומות.

אין דער פרשה זעצט משה פאָר זיינע מוסר-רייד פאר זיין פטירה, ארויסהייבנדיג צו די אידן די ספעציעלע אייגנשאפטן פון ארץ ישראל, און ווארנט זיי צו איינהאלטן די מצוות מיט וואס זיי וועלן באאויפטראט ווערן ביים אריינקומען אהין, ווי באקעמפן די ארטיגע פעלקער, און אויסראטן זייערע אפגעטער.

פרשת עקב ווערט געליינט צווישן די דאטומען י"ח און כ"ב אב.

פרשה אינהאלט

אין פרשת עקב זעצט משה פאר זיינע מוסר-רייד איידער זיין פטירה, איידער די אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל. ערשט האט ער אויסגערעכנט די געוואלדיגע ברכות וואס וועלן קומען אויב מען וועט איינהאלטן די מצוות; דאן האט ער געשטארקט די אידן זיך נישט צו שרעקן פון די פעלקער, וויבאלד דער אויבערשטער וועט זיי איבערגעבן אין דאס פאלק'ס הענט, נאר מען זאל זיי באקעמפן, אויסראטן און נישט האבן קיין פארקער מיט זייערע אפגעטער[1].

דאן איז משה איבערגעגאנגען די וואנדערנישן פון די אידן אין מדבר, איבערגייענדיג דעם חטא העגל און ווי ער האט זיך דערנאך איינגעבעטן פאר די אידן ביים אויבערטשן. ער האט זיי פארגעגרייט אויף דער רייכער ערד וואס ערווארט זיי אין ארץ ישראל, א פרוכטבארע לאנד געבענטשט מיט די שבעת המינים, און זיי באפוילן צו בענטשן דעם אויבערשטן נאכ'ן זאט ווערן פון די ברויט. משה האט אנגעזאגט די אידן אז זיי זאלן נישט פארבלענדעט ווערן פון דעם רייכטום, און אפטרעטן פונעם אויבערשטן און זינדיגן; דער שכר וואס זיי וועלן באקומען פאר'ן איינהאלטן די מצוות, און די הארבע שטראפן וואס וועלן קומען אויב נישט[2].

אין דער סדרה שטייט די צווייטע פרשה פון קריאת שמע - "והיה אם שמוע"[3].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[4] זענען פארהאן אכט מצוות אין דער פרשה, זעקס עשין און צוויי לאווין:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 לאו נישט הנאה האבן פון צוגעהער פון עבודה זרה לֹא תַחְמֹד כֶּסֶף וְזָהָב עֲלֵיהֶם וְלָקַחְתָּ לָךְ (ז, כה) יא יעדער
2 לאו נישט האבן אין באזיס עפעס וואס האט מיט עבודה זרה וְלֹא תָבִיא תוֹעֵבָה אֶל בֵּיתֶךָ וגו' (ז, כו) יא יעדער
3 עשה בענטשן נאכ'ן עסן ברויט און זאט ווערן וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וּבֵרַכְתָּ אֶת ד' אֱלֹקֶיךָ עַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה וגו' (ח, י) יא יעדער[א]
4 עשה ליב האבן א גר וַאֲהַבְתֶּם אֶת הַגֵּר וגו' (י, יט) יא יעדער
5 עשה פארכטן פון אויבערשטן אֶת ד' אֱלֹקֶיךָ תִּירָא (י, כ) יא יעדער
6 עשה תפילה צום באשעפער אֹתוֹ תַעֲבֹד (דארט) יא יעדער
7 עשה זיך באהעפטן צו תלמידי חכמים וּבוֹ תִדְבָּק (דארט) יא יעדער
8 עשה שווערן אין גא-ט'ס נאמען וּבִשְׁמוֹ תִּשָּׁבֵעַ (דארט) יא יעדער
  1. חז"ל[5] זענען מסופק צי די חיוב פון פרויען איז מדאורייתא.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת עקב איז די צווייטע אין דער סעריע פון טרייסט-הפטרות אין די וואכן נאך תשעה באב - די שבע דנחמתא, "ותאמר ציון", אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל מ"ט, פסוק י"ד (ביי די ראמאניאטן פון פסוק א'), ביז קאַפּיטל נ"א, פסוק ג'[6].

די ארגינעלע הפטורה פאר'ן פרשה, איידער די מנהג צו ליינען די שבע דנחמתא איז אנטוויקלט געווארן אין די תקופת הראשונים, ווערט געברענגט אין רמב"ם[7] אלס "הלוך וקראת", אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ב', פסוק ב' ביז קאַפּיטל ד', פסוק ב', ווי עס ווערט דערמאנט די וואנדערנישן פון די אידן אין מדבר, און שטראף-רייד אויב מען וועט נישט מקיים זיין די תורה, ווי אין אונזער פרשה.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט

טייטש

  • "פרשת עקב", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.

פארברייטערונג

רעפערענצן