דרעפט:חיים משה שטויבער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים משה שטויבער
געבורט 1941
כ"א כסליו תש"ב
קארלסבורג
פטירה 2020 (אלט: 79 בערך)
י' אייר תש"פ

חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; תש"ב–תש"פ) איז געווען כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.

ביאגראפיע

חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער, שו"ב אין קארלסבורג, צפת, און אנטווערפן. אין יאר תשי"ח איז חיים משה געקומען פון אנטווערפן אויף אמעריקא לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג. אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[1], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.

עסקנות

אין די פריע יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[2].

ער האט פארשטאנען צו פאליטיק און אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים. ער האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר. אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן[3][4].

ער איז געווען אן אקטיווער מיטגליד אין די רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער די וועלט, און פון די גרינדער פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או). ער האט רעפרעזענטירט באקאנטע ארגאניזאציעס, ווי התאחדות הרבנים און כולל שומרי החומות[5].

זכרונות - פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, ערשטער טייל, באשריבן פון חיים משה שטאובער, ניו יארק תש"מ

ער האט געדינט אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד, פון יאר תשל"ב ביז תשל"ח, און שפעטער פון יאר תשנ"ד ביז תש"ס[6]. אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם. ער האט געשריבן עדיטאריעלס אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה). אויך האט ער אויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכער צייטונג אויף אידיש און ענגליש[7].

א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער[8].

ווערק

קינדער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. קאץ און מויז (ניק), תגובה אויף אייוועלט
  2. Rabbi Chaim Moshe Stauber z”l, אויף matzav
  3. Douglas Martin, About New York; In Williamsburg, Hasidim Find A Door of Hope, New York Times, March 8, 1989 (Lock-green.svg ארכיוו)
  4. Stephen J. Solarz, EXTENSIONS OF REMARKS: A Door of Hope in Brooklyn (עמ' 29500), אויף אמעריקאנער קאנגרעס וועבזייטל, ‏October 15, 1990
  5. Rabbi Chaim Moshe Stauber, 76, Brooklyn, N.Y, אויף chabad.org
  6. אידיש.טייפינג (ניק), תגובה אויף אייוועלט
  7. נייעס1 (ניק), תגובה אויף אייוועלט
  8. קיקיון (ניק), תגובה אויף אייוועלט

קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים קאַטעגאָריע:עסקנים