באַניצער:אש תמיד/חיים סעמיאטיצקי

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

חיים סעמיאטיצקי געבוירן אין טיקטין תרס"ה (1905) אומגעקומען אין ווילנער געטא תש"ד (1944) א קינד פון א רבנישער משפחה איז ער דערצויגן געווארן, און געלערנט האט ער אין די בארימטע ישיבות אין פויליש-ליטע ראדון, לאמזשע און קלעצק. אין זיינע יונגע יארן האט חיים טיקטינער (שפעטער האט ער אונטערן דאזיגן פסעוודאנים פארעפנטליכט ליטעראטורישע עסייען) געשמ'ט אין דער ישיבה'שער וועלט אלס עילוי. זיין גלענצנדע שרייבערישע קאריערע האט ער אנגעהויבן מיטן פארצייכענען זיינע חידושי תורה. נאך זייענדיג א ישיבה בחור האט ער אין יאר 1927 דעביוטירט מיט זיינע גאר אייגנארטיגע רעליגיעזע פאעטישע לידער, וואס האט גלייך געפונען א הילכיגן אפרוף אין די ליטערארישע קרייזן. א ריי פון יארן האט ער געלעבט אין ווארשע, געדינט אלס לערער, געשריבן לידער און מיטגעארבעט אין דער מזרחיסטישער פרעסע. ער איז אויך געווען מיט-רעדאקטאר פון תורה'דיגן זשורנאל "גן שמואל", וואס איז געווארן ארויסגעגעבן דורך די מזרחיסטישע קרייזן אין ווארשע. אין די מלחמה יארן איז ער מגולגל געווארן קיין ביאליסטאק, טיקטין און דערנאך אין ווילנער געטא. אין ווילנע האט ער זיך נאנט מתחבר געווען מיט די יוגנט גרופן פון אגודת ישראל. (לויטן עדות זאגן פון יוסף פוקסמאן אין "שערים", תל אביב כ"ח אדר תשי"ז). אנהויב 1944 איז ער דערשאסן געווארן צום טויט הי"ד (לויט קאטשערגינסקי'ס בוך "חורבן ווילנע"). זיינע לידער זענען ערשינען אין צוויי זאמלונגען, ארויסגעגעבן דורך די 'ליטערארישע בלעטער' אין ווארשע: "אויסגעשטרעקטע הענט" (1935) און "טראפנס טוי" (1938).